טייערע אידישע ברודער און שוועסטער

מיר מוזן זיך אדורך שמועסן.

דורכאויס די יארן, ביים ארבעט וכדומה, האב איך זיך באקענט מיט צענדליגע מענטשן פון די שווארצע קאמיוניטי. גענוי ווי אייך, בין איך נישט אויפגעוואקסן מיט זיי; דאך האבן מיר געטראפן ‘קאמען גראונד’ וואס האט ערמעגליכט פאזיטיווע באציאונגען צווישן אונז.

פארגאנגענע וואך האט מיר שטארק איבערגענומען די שוידערליכע ריאליטעט מיט וועלכע זיי לעבן טאג טעגליך און די שרעק וואס זיי שפירן כסדר. צוויי פאליציאנטן אין לויזיאנע האבן דערהארגעט אלטין שטערלינג, א שווארצער טאטע פון פיר אינגע קינדער, בשעת ער האט פארקויפט סי-די’ס ביי א טישל אויפן גאס. א טאג דערויף, אינמיטן א רוטינע טרעפיק סטאפ, האט א פאליציאנט אין מיניסאטע דערשאסן פילאנדא קאסטיל בשעת זיין פיר יעריגע טאכטערל האט צוגעקוקט פון די הינטערשטע זיץ ווי איר טאטע בלוט צום טויט.

דאס יאר אליינס, זייט ינואר 2016, האבן אמעריקאנער פאליציאנטן געהארגעט איבער 500 מענטשן. 25% פון זיי זענען געווען שווארץ, טראץ דעם וואס שווארצע מענטשן באטרעפן בלויז 13% פון די אלגעמיינער באפעלקערונג.

אין רוב פעלער ווערן די פאליציאנטן וואס ענדיגן די אומשולדיגע לעבנס בכלל נישט באשטראפט.

ווען מיר הערן איבער די אומגעהוירע סכנות וואס הערשט איבער שווארצע אמעריקאנער, טוען מיר אפטמאל אינסטינקטיוו זיך דערווייטערן און אנצייגן ווי אנדערש מיר זענען פון זיי. עס איז גרינגער זיך צו פארהוילן פון זייער מציאות ווי איידער ארויסווייזן מיטלייד.

ווען א פאליציאנט שיסט א שווארצער מענטש, טראכט איר מעגליך אז דער אומגעקומענער איז זיך אליינס שולדיג, ווייל נאך אלעמען האט איר דאך אלץ געהערט אז זיי זענען קרימינאלן און פארברעכער. קען זיין איר טראכט גאר, אונזערע עלטערן זענען געקומען קיין אמעריקע אן גארנישט און דאך האבן זיי באוויזן אויפצובויען זייער לעבן פון דאסניי, אפילו ווען מען האט דיסקרימינירט קעגן אונז, היתכן זיי קענען דאס נישט אויספירן?

וויל איך מיטיילן עטליכע זאכן וואס איך האב איינגעזען.

קודם כל איז אמת אז מיר באגעגענען אפט דיסקרימינאציע בלויז פארן זיין אידן. עס קומען אונטער מיספארשטענדענישען מיט די וואס פארשטייען נישט אונזער קולטור. צומאל מאכט מען גאר חוזק פון אונזער לעבנסשטייגער. אבער מערסטנס פאל ביים שפאצירן אויפן גאס ווערן מיר נישט געזען ווי געפארפולע קרימינאלן. פאליציאנטן שיסן נישט אונזערע קינדער אדער אונזערע עלטערן בלויז פארן עקזיסטירן.

די געשיכטע איז גאר אנדערש פאר די שווארצע געמיינדע. אומצאליגע שווארצע מענטשן זענען געברענגט געווארן קיין אמעריקע אלץ שקלאפן קעגן זייער ווילן. פאר הונדערטע יארן האט מען זייערע משפחות צוריסן און זייערע גופים צובראכן אויסצוקוועטשן יעדן טראפ פארדינסט פון זייער בלוט. אפילו ווען אמעריקע האט פארבאטן שקלאפעריי האט מען זיי נישט נאר נישט געהאלפן אוועקשטעלן זייערע לעבנס נאר גאר געשטעלט שטויכלונגען — מען האט זיי נישט געלאזט שטימען און זיי נישט ערלויבט צו פארמאגן הייזער, צום ביישפיל, און ביז היינט לעבן זיי אין שטענדיגע געפאר פון געוואלדטאטן קעגן זיי.

ווען שווארצע אקטיוויסטן האבן אנגעפירט די ‘סיוועל רייטס’ באוועגונג פאר פופציג יאר צוריק האבן זיי געקעמפט נישט נאר פאר זייערע רעכטן, נאר אויך פאר די רעכטן פון אנדערע מינאריטעטן; מען האט זיי געשלאגן, איינגעזעצט און אפילו געהארגעט בשעת זיי האבן געקעמפט פאר פילע פון די רעכטן וואס אידן געניסן פון היינט. מיר זענען זיי דערפאר שולדיג א חוב פון הכרת הטוב. מיר זענען אלע פאראייניגט אינעם קאמף קעגן אומיושר.

ווען איינער ווערט קאלטבלוטיג דערשאסן אויפן וועג צו זיך אהיים דורך א פאליציאנט — אן איינגעשוואוירענער באשיצער פון פרידן — איז דאס אן אבלאווע אויף אלע פון אונז, און אויף אונזער ערווארטונג פון אייניגע גערעכטיגקייט אונטערן געזעץ.

צוליב די אויבערדערמאנטע סיבות שטיץ איך די ‘בלעק לייווס מעטער’ באוועגונג. א חלק פון די שטיצע באדייט זיך אנרופן ווען איך זעה איינער אין מיין געגנווארט, אין מיינע קרייזן, אדער אין מיין משפחה זאגן אדער טון זאכן וואס פארמינערן די כבוד הבריאות פון שווארצע אמעריקאנער. איך זאג דאס מיטן גרעסטן רעספעקט, און איך וויל באמת נישט אז די נושא זאל שאפן א קונפליקט צווישן אונז. דעריבער בעט איך אייך, פראבירט מיטצופילן די צער פון טאטעס און מאמעס און קינדער וועלכע האבן פארלוירן זייערע נאנטע צוליב פאליציי ברוטאליטעט, פראבירט צו פארשטיין זייער אויפברויז. פראבירט צו פארשטיין פארוואס איך פיל עס איז וויכטיג מוחה צו זיין ווען איינער דערנידערט שווארצע מענטשן. די מלכות של חסד וואס האט ערליובט אונזערע עלטערן זיך איינצוגלידערן אין איר און אויפשטעלן דורות אן די שטענדיגע פחד פון רדיפות קען נישט עקזיסטירן בלויז פאר א טייל פון אירע בירגער. קיינער איז פארזיכערט ביז יעדער איז אייניג פארזיכערט. אמעריקע איז א פרייע לאנד ווי אלע איינוואוינער צוגלייך דארפן קענען לעבן רואיג אן דעם דראונג פון פאליציי ברוטאליטעט.

איך בעט אייך צו פארשפרייטן דעם בריוו און אויפמערקזאם מאכן אנדערע.